Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

אז מ'האלט ביים באנקראטירן ליידיגט מען אויס דער תירוצים קאסע

$
0
0


קטע מדברי רבי אהרן טייטלבוים אב"ד סאטמאר קרית יואל ביום כ'סיון העעל"ט בענין דעת בעל ה"ויואל משה"בעניני ציונות וכיו"ב ולמה ההלכה כמותו

 ענטפערן פאר יעדען איינעם יא! דער רבי זכרונו לברכה איז געווען א יחיד בדורו, ער איז ניצל געווארען מציפרני  הרשעים מיט'ן צלם אלוקים על פניו, די דיקנא קדישא, דער נזר אלוקיו על ראשו, ס'איז שמן משחת קודש, פון הימל א ראי', סייעתא  דשמיא, לכל דבריו. קיינער האט צו דעם נישט זוכה געוועזן, יהי'מה שיהי', וה'עמו שהלכה כמותו בכל מקום נגד יהי'מי שיהי'. קיינער האט נישט זוכה געווען צו דעם, קיין שום צדיק, קיין שום גדול בעולם. , ס'זאל  זיין נכנס בשלום ויצא בשלום מיט'ן צלם אלוקים על ראשו. ממילא מ'דארף נישט כאפן קיין התפעלות 

נו, גיי דינג זיך, אפילו אויב ס'איז שוין יא אמת. די מדינה שטייט נאך גאנץ פעסט. די ישיבות זענען מלא על גדותיהם. אידישקייט וואקסט פון אלע זייטן. איז טא וואס זאל מען טוהן אז די גאנצע שיטה איז געבויט אויף דאס פארקערטע? איז דא קומט אריין די אמונה פשוטה וואס בכללות זענען די אנשי סאטמאר נישט חשוד אויף אזא סארט עבירה. למשל ביי סיפורי צדיקים אד"ג. בייגעלייגט איז א בילד פון "רבי'ן זכרונו לברכה"אין געטא קלויזענבורג מיט'ן דיקנא קדישא פארדעקט. אלץ קינד האב איך געהערט אז די פאטשיילע איז געווען צו ווייזן אז ער האט כאילו א צאן ווייטאג און מ'זאל אים נישט באדערן. און די רשעים האבען עס געגלייבט און בדרך נס האט קיינער אים נישט געבאדערט. די בילד איז פונעם ספר "שקיעת החמה"וועלכע איז ארויס אין תש"מ און געפינט זיך אינעם אוצר הספרים ביי אונז אין די משפחה




Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

Trending Articles


FORECLOSURE OF REAL ESTATE MORTGAGE


HOY PANGIT, MAGBAYAD KA!


Arbol genealogico para colorear


Sapos para colorear


Long Distance Relationship Tagalog Love Quotes


“BAHAY KUBO HUGOT”


RE: Mutton Pies (frankie241)


Re: lwIP PIC32 port - new title : CycloneTCP a new open source stack for...


Hato lada ym dei namar ka jingpyrshah jong U JJM Nichols Roy (Bah Joy) ngin...


Vimeo 11.5.1 by Vimeo.com, Inc.