Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

פון וועמען האט ער אזוי מורא?

$
0
0



































Enlarged Image of letter

זעהט אויס אז כאטש די וועלט מיינט אז די גבאי פירט די רבי מיט די חסידים ביי די נאז איז נישט אלעמאל אזוי. דער גבאי דא  - פון וואס מ'זעהט אויף די בילדער און (טמא'נע) ווידעאס  - פירט ביד רמה. דער טאהש'ער רבי שליט"א, כאטש וואס ער איז שוין א שטיק צייט נישט געזונט, זעהט אויס - בעסער געזאגט האט אלעמאל אויסגעזעהן - ווי ער זיצט ביי די גבאי.... דהיינו אז די גבאי איז דער עומד על גביו און הייסט אים עסן, גיין, קומען - כאילו. דאס איך נאך פאר מ'רעדט פון עניני ניהול המוסדות, וד"ל. אבער יעצט ווייזט זיך אויס אז ער האט פון עפעס מורא, פונקט ווי אמאל האט -להבדיל א קאץ מורא פון א מויז. טאהש איז די לעצטע צייט געווארען א שטיקל עיר מקלט פאר עקסטרעמע עלעמענטען וועלן קענען נישט מער בלייבען וואוינען לעבן אין ארצינו הקדושה. די "טומאת הציונים"גייט זיי אזוי שטארק אהן, כאילו. איז אפשר פאר זיי שרעקט ער זיך? אבער זיי זענען בד"כ -אנטשולדיגט מיר - שלעפערס, און נישט פון זיי ווערט דאס ברויט געפוטערט... פארקערט! יעצט קען ער גיין ווייזען פאר די אומפארדעכטיגע גבירים אז ער איז גאר א שטיקל ציוני און האט גאר באזוכט די כנסת המינים פאר א שטיק צייט צוריק! און ער קען ווייזען ווי ער זיצט צוזאמען מיט די ליובאוויטשער שלוחים! אלע ווייסען דאך אז טאהש ארבעט שווער אויף צו קלייבען געלט ביי אזעלכע קוועלער וואס, שוין, וואס דארף מען רעדן שלעכטס אוי, אידישע קינדער...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

Trending Articles


Girasoles para colorear


Tagalog Quotes About Crush – Tagalog Love Quotes


OFW quotes : Pinoy Tagalog Quotes


Long Distance Relationship Tagalog Love Quotes


5 Tagalog Relationship Rules


Re:Mutton Pies (lleechef)