Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

....נאדווארנער רבי פארט צוריק קיין קלעצק

$
0
0
ווי באוואוסט האט דער נאדווארנער רבי פון בארא פארק, הרב שלמה לייפער שליט"א, געלערנט אין ישיבה תורה ודעת און דערנאך אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד ביים ראש ישיבה, הגאון ר'אהרן קטלר. דא אין די צוויי בילדער זעהט מען אים ביי זיין חתונה (רעכטס אין בילד) מיט זיין פאטער, נאדווארנער רבי פון ברייטאן ביעטש הרב ר'שלום לייפער ז"ל, און מיט זיין ראש ישיבה. מ'זעהט דאס גרויס חביבות פון דער רבי צו די ראש ישיבה. דער רבי ר'שלום זעהט מען דא מיט א שטיקל א מאדנע - אנטשולדיגט מיר - בעקיטשע, אזוי מיט דריי לאנגע שטרייפען, וואס מ'זעהט דאס נישט ביי אנדערע רבי'ס - אפילו די וואס גייען יא מיט "סטראקעס."צו אונז אין הויפט ביורא איז אנגעקומען א באריכט אז דער רבי שליט"א גייט וויילען דעם שבת אין לעיקוואוד, איז מען געפאלען אויף אן המצאה: מ'זאל שטעלן די חתונה בילדער פונעם רבי'ן מיט'ן ראש ישיבה'ן - אזוי וועט מען מחזיר זיין עטרה ליושנה, צו וואס.  ס'איז צום באמערקן אז דער חתן איז דעמאלט נאך נישט געגאנגכן אנגעטוהן מיט די אלע שמונה בגדים ווי זיין פאטער - קען זיין היינט איז אכשר דרא; אדער אפשר איז ער נישט געווען באקוועם דערמיט, זייענדיג א בחור פון ליטווישע ישיבות. היינט גייט דער רבי שליט"א מיט די בגדים המיוחדים לאדמו"רי נאדווארנע לדורותיהם.




די רבי מיט'ן ראש ישיבה
























טאנצט "מצוה טאנץ"מיט'ן כלה
















דער רבי שליט"א היינט צו טאג

Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

Trending Articles


EASY COME, EASY GO


Pokemon para colorear


Sapos para colorear


tagalog love Quotes – Tiwala Quotes


Patama Quotes – Tanga love tagalog quotes


Boy Banat Patama Tagalog Love Quotes for you


Inggit Quotes and Kabit Quotes – Tagalog Patama Quotes


INUMAN QUOTES


Re:Mutton Pies (lleechef)


Vimeo 10.7.0 by Vimeo.com, Inc.


FORECLOSURE OF REAL ESTATE MORTGAGE


Girasoles para colorear


Gwapo Quotes : Babaero Quotes


Long Distance Relationship Tagalog Love Quotes


Patama tagalog quotes – Move On Quotes


Ligaw Quotes – Courting Quotes – Sweet Tagalog Quotes


Tropa Quotes


Hugot Lines 2020 Patama : ML Edition


RE: Mutton Pies (frankie241)


Vimeo 10.7.1 by Vimeo.com, Inc.