Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

!לחיים, רבי

$
0
0

ט"ז אדר תרצ"ב"

סטאלינער חסידים אין פראנקפורט טרינקען לחיים מיט זייער רבי'ן אין ווארשא דורכ'ן טעלעפאן. היינטיגען פורים צו דער סעודה האט געוויילט א גרויסער עולם ביים סטאלינער רבי ר'אהרן פערלאוו. אין משך פון דער סעודה האט אין רבי'נס דירה אנגעהויבן קלינגען דער טעלעפאן, ווען איינער פון די חסידים איז צו צום טעלעפאן האט די טעלעפאניסטקע מיטגעטיילט אז מען קלינגט פון פראנקפורט אם מיין. באלד האט מען פון דארט געבעטען דם רבי'ן צום טעלעפאן.ארויסגעוויזן האט זיך, אז די סטאלינער חסידים, וואס וואינען אין פראנקפורט האבוען בעת דער סעודה זיך פערבונדען מיט ווארשא און דורכ'ן טעלעפאן 
"געטרונקען "לחיים"מיט זייער רבי'ן. דער רבי האט פון דער גאנצער געשיכטע געהאט גרויס פערגעניגען. 

:אמר הציג
לפי די כלל הידוע אז "אלץ וואס עס שטייט אין צייטונגען איז שקר וכזב"קען מען דא זאגען אז אויך דא איז דאס אמת, היות אז עס הייסט עס אז ר'אהרעלע האט אפיציעל נישט געפירט קיין רביסטעווע, עכ"פ נישט לויט די סטאלינער חסידים פון היינטאויב אזוי צו וואס האט דער חסיד אים געקלונגען? גיי פארשטיי. אבער איין זאך קען מען לערנען, אז די אהבה וואס חסידים האבען אמאל געהאט צו זייערע רביס, און אפשר איז דאס פאראן ביז א געוויסע מאס נאך היינט אויך - דאס איז שווער אפצושאצען. א איד זיצט ביי זיך אין שטוב און פראוועט די סעודת פורים און טראכט נישט פון זיך! ער טראכט פון רבי'ן. ער בענקט זיך צום רבי'ן. ער וויל זאגען לחיים צום רבי'ן. געלט שפילט נישט קיין ראלע. ער כאפט די היטל, טוט אהן דעם מאנטל, און לויפט צום פאסט אפיס און בעט טעלעפאנירען קיין ווארשא. וואזשע דען? אוודאי האט דער רבי געהאט גרויס פערגעניגען!

Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

Trending Articles


Girasoles para colorear


mayabang Quotes, Torpe Quotes, tanga Quotes


Tagalog Quotes About Crush – Tagalog Love Quotes


OFW quotes : Pinoy Tagalog Quotes


Long Distance Relationship Tagalog Love Quotes


Tagalog Quotes To Move on and More Love Love Love Quotes


5 Tagalog Relationship Rules


Best Crush Tagalog Quotes And Sayings 2017


Re:Mutton Pies (lleechef)


FORECLOSURE OF REAL ESTATE MORTGAGE


Sapos para colorear


tagalog love Quotes – Tiwala Quotes


Break up Quotes Tagalog Love Quote – Broken Hearted Quotes Tagalog


Patama Quotes : Tagalog Inspirational Quotes


Pamatay na Banat and Mga Patama Love Quotes


Tagalog Long Distance Relationship Love Quotes


BARKADA TAGALOG QUOTES


“BAHAY KUBO HUGOT”


Vimeo 10.7.0 by Vimeo.com, Inc.


Vimeo 10.7.1 by Vimeo.com, Inc.