Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

אַ סוכה'לע, אַ קליינע

$
0
0

אַ סוכעלע, אַ קליינע
אברהם רייזן 1876 - 1953
אַ סוכעלע, אַ קליינע
פון ברעטלעך געמיינע
האָב איך קוים מיט צרות געמאַכט.
געדעקט דעם דאַך מיט אַ ביסעלע סכך
און כ'זיץ אין איר סוכות ביינאַכט.
מיט פאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר מיין ווייב באַלד אַריין.
זי שטעלט זיך אוועק און זאָגט מיט שרעק
דער ווינט וואַרפט די סוכה באַלד איין.
פון ווינט דעם קאַלטן
וואָס בלאָזט דורך די שפאַלטן
מיין ליכטעלע לעשן זיך וויל.
דאָך מאַך איך מיר קידוש און זעט נאָר דעם חידוש
מיין ליכטל ברענט רואיק און שטיל.
עט, זיי ניט קיין נאַר
און האָב ניט קיין צער
עס זאָל דיר דער ווינט ניט טאָן באַנג.
ניט זעלטן זיי קומען די ווינטן און ברומען
דאָך שטייט אונדזער סוכה שוין לאַנג.

Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146