Quantcast
Channel: Circus Tent - הירשל ציג'ס בלאג
Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146

...אכטונג! צענזאר ביי דער ארבעט

$
0
0
דער גאלאנטער רב זצ"ל הי"ד איז געגאנגען אין שקאלע - אידישע שקאלע, אבער דאך - אלץ אינגל. ס'נישט געווען קיין וויליאמסבורגער מעשה. מ'האט געלערענט צו לעזען און שרייבען מאדיאר בתוך שאר דברי חול. און פון דעם איז אויסגעוואקסען א רב, א צדיק, א מורה הוראה בישראל, וועלכע האט מעמיד געווען תלמידים למאות און איז געגאנגען עקה"ש ווי אן עולה תמימה. נפשו חשקה בתורה פון קינדווייז אהן. אבער פאר'ן נייעם דור איז דאס א פלעק, מאיזה טעם שיהיה. די אייניקלעך ווילען מאכען שיינע שידוכים און זיי פאסט דאס נישט...און אינעם נייעם מהדורא וועט איר דאס נישט זעהן, כאטש אז דאס איז נאר מוסיף צו זיין גדלות. אינעם אלטען מהדורא איז דא א לאנגע נספח מיט תולדות. אין די נייע מהדורא - מאכט מען עס גאר שנעל, מ'לויפט גלייך קיין אונסדארף. מ'פארגעסט אבער וויסען אז די פאטער איז געווען א שוחט, א  חסידישער איד, און דאך איז ער געגאנגען אין שקאלע אין פאפא. ווייל אזוי איז געווען די סדר איז אונגארן -  מ'דארף דאס נישט אויסמעקן פון די ביכער.אין די קליינע שטעט זענען אידישע קינדער - אינגלעך און מיידלעך - געגאנגען אין פובליק סקולס. אין די גרעסערע שטעט האבען אידן אנגעפירט מיט די שקאלעס, אבער מ'האט געלערענט פונקט ווי אין די ניט-אידישע שקאלעס. דאס איז געווען נאך אסאך שתדלנות ביי די רעגירונג



























Viewing all articles
Browse latest Browse all 1146