דער "פארווערטס" זעהט ענדליך איין אז דאס צוקונפט פון אידיש איז ביי די פרומע אידעלעך
ווער געדענקט דען נישט ווי זיי האבען בכלל נישט גערעכנט פרומע אידן אין די אידיש-רעדנער ציפערן? מה נשתנה אז איצט האבען זיי געהויבען הענט און קומען בעטען פרומע אידן זאלען לייענען און שרייבען ביי זיי? און זיי וועלן נאך בייטען די כללים פונעם הייליגן שפראך אבי מ'זאל קומען ליינענען ביי זיי? ווער וואלט געגלייבט? כ'פארשטיי אבער נישט וויזוי זיי פלאנען צו צינהען פרומע לייענער בשעת אינעם זעלבן צייט איז זייער שוועסטער-צייטונג פול מיט אנטי-פרומע העצעס, וואך איין און וואך אויס. און די וועבזייטל כמעט טאג איין טאג אויס. וועלכע פרומער איד קען צוקוקען ווי באשמוצט אים, זיינע קינדער, זיינע געעהרטער רבנים, ראשי ישיבה און אדמו"רים און שטיצען אזא אויסגאבע? טאמער גלייבט איר נישט קענט איר זעהן וואס איז נאר וואס אראפ פון די דרוק אינעם ענגלישן וועבזייטל - אזא שטיקל באלאנגט אין "דער שטורמער" נישט אין א אידישען צייטונג, אוודאי נישט קיין פרומער. אחוץ טאמער ווילען זיי אז די פאר אפגעפארענער זאלען קומען שרייבען און לייענען ביי זיי.... אפשר מיינען זיי אז פון זיי וועט קומען די ישועה? חאחאחא, האט איוואן הויך געלאכט, זיי איז שוין נמאס פון אידען און אידישקייט. אידיש בליהט אין די פרומע קרייזען. נישט אין די פארטייאישע צייטונגען, נאר אין פריוואטע פורומס ווי אייוועלט און קאווע שטיבל. דארט קען מען "אויסטוהן דעם היטל," פארקאטשען די ארבעל און זיך אפרעדן דאס הארץ. מ'קען אפילו קריטיקירען דעם חרד'ישען סיסטעם און אפילו רבנים און רביס. אבער דאס איז צווישען היימישע, אונזערע, מ'וועט נישט וואשען די וועש אויפ'ן גאניק, ווייל אידן, אידישקייט און תורה איז ביי זיי טייער און הייליג. מ'קען קריטיקירען אבער ס'איז מיט א ציל, צו פארבעסערן, נישט אונטער צו רייסן. און דערפאר וועט דער פארווערטס' פראבע צו אריינטרעטן ביי פרומע אידיש-רעדנערס זיין א "פלאפ," ווי זאגט מען דאס אויף פארווערטס אידיש? וויס איך נישט, אבער אוודאי וועט איר שוין טרעפן א פאסיגע ווארט. אבער טאמער באשטייט אייער פארשלאג נאר אין דעם אז איר וועט בייטן איין אות אין איין ווארט קענט איר גלייך פארגעסן דערפון און זיך איינשפארן געלט און מוטשעניש און זאפארט פארשליסן דעם בלאג. א שאד אויף אידישע - צו יידישע - געלט
בילד פון וויקיפעדיא